top of page
Yung Yiddish Wien Logo Weiß.png

ייִדיש אין דאָן־קיכאָטן־לאַנד רעפעראַט פון טאָמאַס סאָקסבערגער

Do., 11. Sep.

|

YUNG YiDiSH WIEN

Thomas Soxberger book launch event


Registration is closed
ייִדיש אין דאָן־קיכאָטן־לאַנד  רעפעראַט פון  טאָמאַס סאָקסבערגער
ייִדיש אין דאָן־קיכאָטן־לאַנד  רעפעראַט פון  טאָמאַס סאָקסבערגער

Time & Location

11. Sep. 2025, 19:15 – 23:15

YUNG YiDiSH WIEN, Street entrance, Lilienbrunngasse 18, 1020 Wien, Austria

About the event

”חבֿרים, לאָמיר גרינדן אַ ייִדישן פֿאַרלאַג!”, האָט אויסגערופֿן משה זילבורג אין איינעם אַן אָוונט אין ווין, באַלד נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. און די חבֿרים האָבן אים טאַקע געפֿאָלגט. זייער פֿאַרלאַג ”דער קוואַל” און דער ליטעראַרישער זשורנאַל ”קריטיק” זײַנען געווען פֿון די וויכטיקסטע, אָבער טאַקע ניט דער אייציקער בײַשפּיל פֿון ארויסגעבן ביכער און צײַטשריפֿטן אויף ייִדיש אין ווין.


אין זײַן נײַ בוך באַשרײַבט טאָמאַס סאָקסבערגער מער ווי 100 איינסן פֿון ייִדישע געדרוקטע ווערק, וואָס זײַנען אַרויס (אָדער וואָס מע האָט בדעה געהאַט ארויסצוגעבן, אָבער ניט באוויזן) אין ווין אין די יאָרן 1916–1938. דערצו ווערן דערמאָנט צענדליקער טיטלען פֿון פּעריאָדישע אויסגאבעס, וואָס האָבן געדינט צו פֿאַרשפּרייטן די אידעאָלאָגיעס פֿון אַ ברייטער גאַמע ייִדישע פּאַרטייען און קולטורעלע באַוועגונגען. דאָס בוך ברענגט אויך אַ ביאָ־ביבליאָגראַפֿישן לעקסיקאָן מיט פּרטים וועגן די וויכטיקסטע קולטור־טוערס, וואָס האָבן געגעבן זייער בײַשטײַער צו דעם קולטורעלן און פּאָליטישן לעבן פֿון ווין פאַר דעם גורלדיקן יאָר 1938. זיי זײַנען געווען די…


Google Maps were blocked due to your Analytics and functional cookie settings.

Share this event

bottom of page